The Mudcat Café TM
Thread #24205   Message #4140320
Posted By: Monique
27-Apr-22 - 10:37 AM
Thread Name: Wanted: Songs for alcoholics!
Subject: RE: Wanted: Songs for alcoholics!
Here are the lyrics in Yiddish characters:

ליגט בערל דער אַלטער שיכּור

פֿון זינט דער מאָנאָפּאָל יז אַף דער װעלט
בין איך אױף אים אין כּעס.
עס קאָסט מיך אָפּ אַ מאַיאָנטיק מיט געלט
און איך טרינק אַזױ װי פֿון אַ פֿאַס.
איך נעם דאָס פֿלעשעלע אין מײַנע הענט
און איך קלאַפּ דעם קאָרעצל אַרױס,
צעברעכט זיך דאָס פֿלעשעלע אין מײַנע הענט
און דער בראָנפֿן גיסט אַרױס.
אײַ-אַײַ-דײַ-דײַ….

חײַנט װעל איך מיט מײַן װײַבעלע זיך צעקריגן;
זי װעט נאָך האָבן צו געדענקען.
װיפֿל מאָל איך האָב איר שוין פֿאַרשװיגן,
חײַנט װעל איך איר נישט שענקען..
כ’האָב גענומען דאָס פֿלעשעלע מיט בראָנפֿן,
געלײגט האָבאיך אים צו קאָפּנס.
סע כאַפּט זיך אױף די פּלוניטע בײַ נאַכט,
און זי טרינקט עס אָיס ביזן לאָצטן טראָפּן.
אײַ-אַײַ-דײַ-דײַ….

אױ װײ, רבונו-של-עולם,
דו ביסט דאָך אַ האַרציקער ריכטער.
זאָל שטענדיק רעגענען מיט בראָנפֿן און מיט ביר,
איך װיל קײן מאָל נישט זײַן ניכטער.
אױף מײַן קכֿר זאָל זײַן אָנגעגאָסן.
מיט בראָנפֿן און מיט ביר.
דאָס איז בײַ מיר דער יקר.
און אױף מײַן מצכֿה זאָל שטײַן אָנגעשריבן:
"דאַ ליגט בערל דער אַלטער שיכּר".
אײַ-אַײַ-דײַ-דײַ….

דאָ ליגט בערל דער אַלטער שיכּור