"Noch a glezele tey" lyrics in Yiddish alphabet
נאָך אַ גלעזעלע טײ
(דועט - Duo)
,בערעלע, מײַן ליבינקער
,כ׳האָב צו דיר אַ בקשה
,פּערעלע, מײַן ליבינקע –
?װאָס איז דײַן בקשה
װען מיט מזל איך װעל האָבן–
,אַ ייׅנגעלע אין פֿרײדן
װיל איך אונדזער קינד זאָל הײסן
.נאָך מײַן פֿרומען זײדן
?פֿאַרװאָס עפּעס נאָך דײַן זײדן
,כ׳האָב דאָך אױך אַ דעה–
האָסט דאָך ערשט געהאַט אַ מײדל
.נאָך דײַן באָבע לאה
,בערעלע, מײַן מאַנעלע–
כ׳װיל דיך עפּעס דערמאַנען–
,פּערעלע, מײַן װײַבעלע–
?װאָס װילסטו מיך דערמאַנען
דו פֿאַרגעסט, אַז אונדזער לײבקע –
,הײסט שױן נאָך דײַן זײדן
,פֿאַרװאָס קלױבסטו זיך די יונגען
?װאַרפֿסט מיר צו די מײדן
און דו פֿאַרגעסט, אַז נאָך דײַן טאַטן–
,הײסט דאָך אונדזער נחום
ער איז דערפֿאַר אין אים געראָטן–
נישט קײן גרױער חכם
,בערעלע, מײַן טײַערער–
כ׳װיל דיר עפּעס זאָגן –
,פּערעלע, מײַן טײַערע–
?װאָס װילסטו מיר זאָגן
װאָס-זשע דאַרף מען איצט זיך קריגן,–
,לאָמיר נאָר דערלעבן
װעל איך דװקא נאָך מײַן זײדן
.ס׳קינד אַ נאָמען געבן
װאָס-זשע טאַקע איצט זיך קריגן–
,און אומזיסט צו רײדן
אפֿשר װעט גאָר זײַן אַ צװילינג–
.ס׳קען גאָר זײַן צװײ מײדן