Lyrics & Knowledge Personal Pages Record Shop Auction Links Radio & Media Kids Membership Help
The Mudcat Cafesj



User Name Thread Name Subject Posted
Monique ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942) (46) RE: ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942) 29 Jan 22


Hungerik Dayn Ketsele (Gebirtig Mordkhe) in Hebrew characters:

הונגעריק דייַן קעצעלע


שלאָף שוין,‏ מייַן הונגעריק מיידעלע,‏
מאַך שוין די אייגעלעך צו,‏
הונגעריק איז אויך דייַן מאַמעלע,‏
און וויינט נישט און שרייַט נישט ווי דו.‏
לערן זיך,‏ קינד,‏ פֿון דייַן מאַמעלע,‏
נעם אַלץ ווי זי נעמט פֿאַר ליב,‏
מאָרגן ס׳וועט אויפֿשטיין מייַן מיידעלע,‏
וועט זייַן אַ סך ברויט אין שטוב —‏
איי ליו ליו,‏ איי ליו ליו ליו.‏
נו, שלאָף שוין,‏ מייַן קרוינעניו!‏

שלאָף שוין,‏ מייַן נאַריש קליין מיידעלע,‏
וואָס איז הייַנט עפּעס מיט דיר?‏
הונגעריק איז אויך דייַן קעצעלע
און ס׳האָט גאָר קיין טענות צו מיר,‏
הער, ווי עס מיאַוקעט,‏ עס רעדט צו דיר,‏
—‏ מיידל,‏ לאָז מאַמען צורו!‏
הונגעריק איך אויך,‏ קליין קעצעלע,‏
און כ׳וויין נישט אַזוי ווי דו —‏‏‏
איי ליו ליו,‏ איי ליו ליו ליו,‏
נו, שלאָף שוין,‏ מייַן קרוינעניו!‏

שלאָף שוין,‏ מייַן אָרעם קליין מיידעלע,‏
ווייַל דער שלאָף לינדערט די נויט,‏
הונגעריק איז אויך דייַן ליאַלקעלע
און וויינט נישט און מאָנט נישט קיין ברויט.‏
לערן זיך,‏ קינד,‏ פֿון דייַן ליאַלקעלע,‏
ווייסט וואָס זי טראַכט אַצינד?‏
—‏ אוי,‏ ווי באַטריבט איז אַ מאַמעלע,‏
ווען הונגעריק איז איר קינד —‏
איי ליו ליו,‏ איי ליו ליו ליו,
נו, שלאָף שוין,‏ מייַן קרוינעניו!‏




Lyrics borrowed from Yidlid.org


Post to this Thread -

Back to the Main Forum Page

By clicking on the User Name, you will requery the forum for that user. You will see everything that he or she has posted with that Mudcat name.

By clicking on the Thread Name, you will be sent to the Forum on that thread as if you selected it from the main Mudcat Forum page.

By clicking on the Subject, you will also go to the thread as if you selected it from the original Forum page, but also go directly to that particular message.

By clicking on the Date (Posted), you will dig out every message posted that day.

Try it all, you will see.