מײַן רוע־פּלאַץ ניט זוך מיך וווּ די מירטן גרינען געפֿינסט מיך דאָרטן ניט מייַן שאַץ וווּ לעבנס וועלקן בייַ מאַשינען דאָרטן איז מייַן רוע־פּלאַץ ניט זוך מיך וווּ די פֿייגל זינגען געפֿינסט מיך דאָרטן ניט מייַן שאַץ אַ שקלאַף בין איך וווּ קייטן קלינגען דאָרטן איז מייַן רוע־פּלאַץ ניט זוך מיך וווּ פֿאָנטאַנען שפּריצן געפֿינסט מיך דאָרטן ניט מייַן שאַץ וווּ טרערן רינען ציינער קריצן דאָרטן איז מייַן רוע־פּלאַץ און ליבסטו מיך מיט וואַרער ליבע טאָ קום צו מיר מייַן גוטער שאַץ און הייַטער אויף מייַן האַרץ דאָס טריבע און מאַך מיר זיס מייַן רוע־פּלאַץ |