The Mudcat Café TM
Thread #7291   Message #4121748
Posted By: Monique
03-Oct-21 - 01:20 PM
Thread Name: ADD Versions: Seven Drunken Nights-languages
Subject: ADD: Dos Daytshl (Our Goodman in Yiddish)
I found the "Dos Daytshl" Yiddish lyrics in Hebrew characters here.

ﬢאָס דײַטשל

!קום איך זיך אַרײַן אין קוכל, געפֿינט איך דאָרט — אָך און וויי
.אין קוכל הענגען זעבל [שווערד], איינס און צוויי און דריי
?דאַן רוף איך זיך אַרײַן מײַן ווײַבכין — "קינדכין, וואָס איז דאָס
?"וואָס פֿאַר אַ זעבל הענגען דאָרט, אַך ווי רופֿט מען דאָס

.היי, דו לומפּיקער מאַן, דאָס זענען קיין זעבל דאָרט"
."בראַנטפֿאַנען זענען דאָרט, וואָס מײַן מאַמע שיקט צו מיר
!קום איך זיך אַרײַן אין שטאַלע [שטאַל], געפֿין איך דאָרט אָך און וויי
.אין שטאַלע שטייען פֿערדע, איינס און צוויי און דריי

?דאַן רוף איך זיך מײַן ווײַבכין — "קינדכין וואָס איז דאָס
?"וואָס פֿאַר אַ פֿערד, שטייען דאָרט, אַך, ווי רופֿט מען דאָס
,היי, דו לומפּיקער מאַן, דאָס זענען קיין פֿערדכין דאָרט"
."מילעך־קו, זענען דאָרט, וואָס מײַן מוטער שיקט צו מיר

!קום איך זיך אַרײַן אין שלאָפֿצימער, געפֿין איך זיך אָך און וויי
.אין שלאָפֿצימער שלאָפֿן מענער — איינס און צוויי און דריי
?דאַן רוף איך זיך מײַן ווײַבכין — "קינדכין וואָס איז דאָס
?"וואָס פֿאַר אַ מענער שלאָפֿן דאָרט, אַך ווי רופֿט מען דאָס

,היי, דו לומפּיקער מאַן, וואָס רופֿסטו מענער דאָרט"
."דינסטמעגדע [דינסט־מיידלעך] זענען דאָרט, וואָס מײַן מוטער שיקט צו מיר
.דינסטמעגדע, מיט באַקן־בערד? אָך און וויי און ווינד"
!"וואָס פֿאַר אַ מאַן בין איך צו דיר, אַז פֿרעמדע מענער קומען צו דיר