The Mudcat Café TM
Thread #170217   Message #4134380
Posted By: Monique
30-Jan-22 - 02:51 AM
Thread Name: ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942)
Subject: RE: ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942)
Shifrele's Portrait.

שפֿרהלעס פּאָרטרעט.

אױף דער װאַנט, לינקס פֿון מײַן בעט
הענגט מײַן טאָכטער שפֿרהלעס פּאָרטרעט
אַפֿט מאָל אין דער מיט דער נאַכט
,װען איך בענק נאָך איר און טראַכט
זע איך װי זי קוקט אױף מיר
הער איך װי זי רעט
טאַטעשי, איך װײס ס'איז דיר באַנג"
ס'װעט דער קריג שױן ניט געדױערן לאַנג
קומען װעל איך באַלד צו דיר
."ס'קלאַפּט דער פּרילינג שױן אין טיר
,שמײכלט ליב צו מיר און רעט
.שפֿרהלעס פּאָרטרעט