The Mudcat Café TM
Thread #60045   Message #4139427
Posted By: Monique
18-Apr-22 - 10:19 AM
Thread Name: Lyr Req: Un du Akerst (Yiddish Worksong)
Subject: RE: Lyr Req: Un du Akerst (Yiddish Worksong)
Yiddish lyrics in Hebrew characters.



און דו אַקערסט


און דו אַקערסט און דו זייסט
און דו פֿיטערסט און דו נייסט
און דו האַמערסט און דו שפּינסט
זאָג, מײַן פֿאָלק, װאָס דו פֿאַרדינסט

קלינג-קלאַנג, קלינג-קלאַנג
קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג
קלינג-קלאַנג, קלינג קלאַנג
צערײַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צװאַנג

וועבסט דייַן וועבשטול טאָג און נאַכט
גראָבסט אונדז אייַזן פֿון דער שאַכט
ברענגסט די שפֿע אונדז אַרייַן
פֿול מיט תּבֿואה און מיט ווייַן

קלינג-קלאַנג, קלינג-קלאַנג
קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג
קלינג-קלאַנג, קלינג קלאַנג
צערײַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צװאַנג

נאָר וווּ איז דייַן טיש געגרייט
נאָר וווּ איז דייַן יום-טובֿ קלייד
נאָר וווּ איז דייַן שאַרפֿע שווערד
וועלכעס גליק איז דיר באַשערט

קלינג-קלאַנג, קלינג-קלאַנג
קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג
קלינג-קלאַנג, קלינג קלאַנג
צערײַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צװאַנג

שאַפֿסט אונדז אוצרות אָן אַ שיעור
אַלצדינג נאָר ניט פֿאַר דיר
און פֿאַר זיך האָסטו אין נויט
נאָר געשמידט אַ שווערע קייט

קלינג-קלאַנג, קלינג-קלאַנג
קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג
קלינג-קלאַנג, קלינג קלאַנג
צערײַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צװאַנג

מאַן פֿון אַרבעט אויפֿגעוואַכט
און דערקען דייַן גרויסע מאַכט
ווען דייַן שטאַרקער אָרעם וויל
בלייַבן אַלע רעדער שטיל

קלינג-קלאַנג, קלינג-קלאַנג
קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג
קלינג-קלאַנג, קלינג קלאַנג
צערײַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צװאַנג