The Mudcat Café TM
Thread #26508   Message #4158329
Posted By: Monique
22-Nov-22 - 02:03 AM
Thread Name: Origins: Bei Mir Bist Du Schoen
Subject: RE: Lyr Req: Bei Mir Bist Du Schoen
Here are the lyrics in Yiddish borrowed from Yidlid


בײַ מיר ביסטו שײן

ווען דו האָסט אויגן ווי בייַ אַ קאָטער,‏
און ווען דו הינקעסט צוביסלעך
האָסט קרומע פֿיסלעך,‏
זאָג איך:‏ דאָס אַרט מיך ניט.‏

און ווען דו האָסט אַ נאַרישן שמײַכל ,‏
און ווען דו האָסט ווייַזתאס שׂכל ,‏
ווען דו ביסט ווילד ווי אַן אינדיאַנער,‏
אַפֿילו אַ גאַליציאַנער,‏
זאָג איך:‏ דאָס אַרט מיך ניט.‏

‏זאָג מיר ווי דערקלערסטו דאָס?‏—
‏ כ'‏וועל דיר זאָגן באַלד פֿאַר וואָס:‏—

בייַ מיר ביסטו שיין,‏
בייַ מיר האָסטו חן,‏
בייַ מיר ביסטו איינער אויף דער וועלט.‏
בייַ מיר ביסטו גיט,‏
בייַ מיר האָסטו "‏היט”,‏
בייַ מיר ביסטו טייַערער פֿון געלט.‏

פֿיל שיינע מײדלעך האָבן שוין
געוואָלט נעמען מיך,‏
און פֿון זיי אַלע אויסגעקליבן
האָב איך נאָר דיך.‏
בייַ מיר ביסטו שיין,‏
בייַ מיר האָסטו חן,‏
בייַ מיר ביסטו איינער אויף דער וועלט