The Mudcat Café TM
Thread #59461   Message #4164020
Posted By: Monique
31-Jan-23 - 03:31 AM
Thread Name: Lyr ADD: Yiddish Partisan Song (Zog Nit Keyn Mol)
Subject: RE: Lyr Req: Yiddish Partisan Song (Zog Nit Keyn Mol)
Here are the Yiddish lyrics in Hebrew characters...


זאָג ניט קיין מאָל

זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג
.כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג
– קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה
!ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ

,פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי
,מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי
,און וווּ געפֿאַלן ס׳איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט
!שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט

,ס׳וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט
,און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיט דעם פֿײַנט
– נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר
.ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור

,דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט, און ניט מיט בלײַ
,ס׳איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
.דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט

,טאָ זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג
.כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג
– קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה
!ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ