Genug Gevent - Lyrics in Hebrew characters
גענוג געװײנט
גענוג ! אַ סוף! איך זינג נישט מער
קײן אומעטיקע לידער
זײ זענען מיר, אַזוי װי אײַך
געװאָרן שױן דערװידער
כ׳װעל זינגען לידער פֿרײלעכע
אַ מאַרשעלע, אַן עכטער
די זײַטן האַלטן װעט איר זיך
און קײַכן פֿון געלעכטער
גענוג געװײנט, אַ פֿרײלעך ליד
װעט איר פֿון מיר איצט הערן
איר װעט פֿון פֿרײד אַזש חלשן
און לאַכן ביז צו טרערן