The Mudcat Café TM
Thread #170449   Message #4180294
Posted By: Monique
30-Aug-23 - 06:28 AM
Thread Name: Child Ballads - Yiddish versions
Subject: RE: Child Ballads - Yiddish versions
Here are the Yiddish lyrics of "Du meydele, du fayns"

דו מײדעלע, דו פֿײַנס

דו מײדעלע, דו פֿײַנס
דו מײדעלע, דו שײנס,
כ’װעל דיך עפּעס פֿרעגן
אַ רעטעניש אַ קלײנס:
װאָס איז העכער פֿון אַ הױז?
װאָס איז פֿלינקער פֿון אַ מױז?

דו נאַרישער בחור,
דו נאַרישער טראָפֿ,
דו האָסט ניט קײן שׂכל
אין דײַן קאָפֿ;
דער רױך איז העכער פֿון אַ הױז,
די קאַצ איז פֿלינקער פֿון אַ מױז.

די מײדעלע, דו פֿײַנס,
דו מײדעלע, דו שײנס,
כיװעל דיך עפּעס פֿרעגן
א רעטעניש א קלײַנס:
װאָס פֿליט אָן פֿליגל?
און װאָס איז געמױערט אָן ציגל?

דו נאַרישער בחור,
דו נאָרישער טראָפֿ,
דו האָסט ניט קײן שׂכל
אין דײן קאָפֿ;
שנײ פֿליט דאָך אָן פֿליגל,
דער פֿראָסט איז געמױערט אָן ציגל

דו מײדעלע,, דו פֿײַנס,
דו מײדעלע, דו שײנס,
כיװעל דיך עפּעס פֿרעגן
אַ רעטעניש אַ קלײנס:
װאָס איז רױטער פֿון אַ פֿלאָם?
און װאָס איז געטרײַער פֿון אַ מאַן?

דו נאָרישער בחור,
דו נאַרישער טראָפֿ,
דו האָסט ניט קײן שׂכל
אין דײַן קאָפֿ;
די פֿאָן איז רױטער פֿון אַ פֿלאַם,
און אַ טאָטע איז געטרײַער פֿון אַ מאַן.